הדמיה · בית מדרש, מקוה און הכנסת אורחים
ציון רבינו הש״ך
ציון המסוגל לישועות · העלישוי

ובנו חרבות עולם היסטארישע התחדשות סמוך ונראה לציון קדשו של רבינו הש״ך זי״ע 

הארט נעבן דעם ציון אין העלישוי איז שוין געשלאסן קאנטראקט אויף א געביידע. דארט וועט בעז״ה שטיין א בית מדרש מיט א היכל הכהנים, א מקוה און א הכנסת אורחים — פאר די טויזנטער אידן וואס קומען יעדעס יאר צום ש״ך.

אויף צוויי שטאקן
  • בית מדרש
  • היכל הכהנים
  • מקוה
  • הכנסת אורחים
זעט דעם בנין←
הדמיה · בית מדרש, מקוה און הכנסת אורחים
01פלענער און זכותים

דריי הונדערט יאר געווארט

שוין איבער דריי הונדערט יאר ליגט דער ש״ך אין העלישוי — און כהנים, זיינע אייגענע אייניקלעך, האבן קיינמאל נישט געקענט צוקומען צום ציון. יעצט ווערט דאס געטוישט. דא איז דער גאנצער פלאן, יעדער שטאק און יעדער זכות — און דער פלאץ וואו אייער נאמען וועט שטיין לדורות.

בנין בית הש״ך · בלאט 1
1 / 36
שער
02דער בנין

א פעסטונג פון תורה, טהרה און הכנסת אורחים

טויזנטער אידן קומען יעדעס יאר קיין העלישוי זיך אויסצובעטן ישועות ביים הייליגן ש״ך. אבער ביז היינט איז מען געשטאנען אונטער׳ן בלויזן הימל — אין דער קעלט, פראסט און רעגן — אן א דאך איבער׳ן קאפ, אן א מקוה זיך צו טובל׳ען, און אן קיין כשר לעפל עסן אין גאנצן שטעטל.

א פעסטונג פון תורה, טהרה און הכנסת אורחים
בית מדרש · היכל הכהנים · מקוה · הכנסת אורחים
  1. 01

    היכל הכהנים

    ספעציעלער היכל וואס ערמעגליכט פאר כהנים צו שטיין פאר׳ן ציון על פי הלכה

  2. 02

    בית המדרש

    מקום תורה ותפילה סמוך ונראה צום קבר פונעם מאור הגולה

  3. 03

    מקוה טהרה

    מקוה מפוארת ומהודרת פאר די עולים להתפלל

  4. 04

    הכנסת אורחים

    ווארימע עסן, הייסע קאווע און רואיגע שלאף-צימערן פאר געסט

יעצט שטעלט זיך אויף דער בנין לתפארת פאר גאנץ כלל ישראל.

הארט נעבן בית החיים שטעלט זיך אויף א גרויסארטיגער בנין אויף צוויי שטאקן: א ליכטיגער בית מדרש לתורה ולתפילה, א מהודר׳דיגע מקוה טהרה, און א ברייטע הכנסת אורחים מיט ווארימע עסן און שלאף-צימערן — צוזאמען מיט׳ן היסטארישן „היכל הכהנים“, א באזונדערער היכל מיט א גרויסן פענצטער וואס בליקט אריין גלייך צום ציון הקדוש על פי הלכה.

דער שטח איז שוין אונטער קאנטראקט. מיט אייער שותפות שטעלן מיר אויף דעם מקום קדוש!

מראה פונעם בית החיים
פונעם בית החיים — היכל הכהנים אנטקעגן דעם ציון הקדוש
02bתכנית הבנין

שטאק נאך שטאק

צווייטע שטאק

← סקראלט אויף דער זייט צו זען דעם גאנצן שטאק →

  1. אהיכל הבית המדרשזכות · $500,000 ←
  2. באריינגאנג צום היכל הבימ״ד
  3. גפרוזדור
  4. דאריינגאנג צום חדרי השינה
  5. החדרי השינהזכות · $36,000 ←
  6. ואוצר הספריםזכות · $72,000 ←
  7. זהיכל הכהניםזכות · $360,000 ←
  8. חביה״כ
זעט דעם בנין און די פלענער
„היכל הכהנים“
אן היסטארישער דורכברוך

„היכל הכהנים“

אין אן היסטארישער דורכברוך וועט בעז״ה געבויעט ווערן אינעם היכל הביהמ״ד א ספעציעלע „היכל הכהנים“, מיט א גרויסער פענסטער גלייך ארויס צום ביה״ח דעזיגנירט פאר כהנים צו קענען קומען מתפלל זיין ממש נעבן דעם ציון הק׳, אנדערש ווי ביז היינט ווען כהנים האבן מתפלל געוועהן פון דערווייטענס נישט קענענדיג צוקומען אדער זעהן דעם ציון הקדוש.

זעט דעם בנין און די פלענער←
03דער ועד

ועד הכנסת אורחים דרבינו הש״ך

די אייניקלעך פונעם ש״ך האבן זיך צוזאמגענומען צוריקצוברענגען דעם אלטן גלאנץ צום ציון הקדוש. אלע פעולות ווערן בעז״ה געפירט אונטער א ועד הרבנים נכדי הש״ך:

הגה״צ רבי אברהם הערש וואזנער שליט״אאב״ד סאטמאר מאנסי
הגה״צ רבי מיכל שטיינמעץ שליט״אדומ״ץ סקווירא
און נאך

פאר סיי וועלכע הערה אדער צו מנדב זיין, ביטע רופט:

מכתבים פון די רבנים
ויושר יליצו בעדינו
מכתב פון הגה״צ רבי אברהם הערש וואזנער שליט״א

מכתב פון הגה״צ רבי אברהם הערש וואזנער שליט״א

גודל קדושת רבינו הש״ך
מכתב פון הגה״צ רבי מיכל שטיינמעץ שליט״א

מכתב פון הגה״צ רבי מיכל שטיינמעץ שליט״א

03bזכות הבנין
שוין 380 יאר

דער ש״ך באלייכט אונז דעם דרך אין הלכה —
יעצט בויען מיר א בנין לכבודו

יעדן איינציגן טאג, ווען א איד ווענדט זיך צום רב מיט א שאלה בהלכה — צי אין כשרות המאכלים, טהרת המשפחה, הלכות ריבית אדער הלכות אבילות — עפנט דער רב דעם שולחן ערוך, און דארט שיינט דער ש״ך אלס דער מורה דרך אויפ׳ן בלאט. אזוי גייט עס שוין קרוב צו פיר הונדערט יאר. אבער ווען מען קומט היינט צום הייליגן ציון אין העלישוי, טרעפט מען נישט קיין פאסיגן מקום לתורה ולתפילה, נישט וואו צו כאפן א ווארעם גלעזל טיי, און נישט וואו איינצושטיין איבערנאכט.

דאס שטעלן מיר יעצט אויף. און יעדער וואס נעמט א חלק אינעם אויפבוי, ווערט א שותף לנצח אין אלע זכותים וואס וועלן דארט ארויסקומען:

אנא חזקנו נא, העלפט אונז ארויס צו קענען גומר זיין דעם פראיעקט מכח אל הפועל. עס איז א זעלטענער געלעגנהייט צו כאפן איינס פון די גאלדענע זכותים אין דעם געביידע, וואס דערפון וועט ארויסקומען אומצאליגע שעות תורה, תפלה, גמילות חסדים און פיל נאך, דאס אלעס וועט גיין אויף אייער חשבון! עס וועט שטיין צו אייער זייט!

עס וועט אייך באגלייטן לעולמי עד ולנצח נצחים!

ועד הכנסת אורחים דרבינו הש״ך
01בית המדרש

יעדע תפילה און יעדער בלאט גמרא

— שטייט צו אייער זכות
02היכל הכהנים

יעדער כהן וואס וועט ענדליך קענען מתפלל זיין ביים ציון בטהרה

— שטייט צו אייער זכות
03מקוה

יעדע טבילה בטהרה פאר׳ן עולה זיין צום ציון

— שטייט צו אייער זכות
04הכנסת אורחים

יעדער ווארעמער מאלצייט און יעדע נאכט מנוחה פאר די געסט

— שטייט צו אייער זכות

דברי חז״ל אויפ׳ן כח פונעם זכות

גדולה הכנסת אורחין מהקבלת פני שכינה

די מצוה פון הכנסת אורחים איז נאך גרעסער ווי מקבל פני שכינה זיין.

שבת קכ״ז.

כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו

ווער עס איז מזכה דעם רבים, ווערט אפגעהיטן פון יעדן מכשול וחטא.

אבות ה׳, י״ח

וצדקה תציל ממות

דער כח פון צדקה ראטעוועט פון יעדער גזירה און פון טויט.

משלי י׳, ב׳

ובחנוני נא בזאת... אם לא אפתח לכם את ארבות השמים והריקתי לכם ברכה עד בלי די

פרובירט מיך אויס מיט דעם — זאגט דער אויבערשטער — צו איך וועל נישט עפענען די טויערן פונעם הימל און אויסגיסן אויף אייך ברכה אן א שיעור.

מלאכי ג׳, י׳

ישועות ביים ציון

פונעם בראשור, אין די ווערטער פונעם ועד:

אין די לעצטערע יארן הערט מען כסדר אן א שיעור ישועות ורפואות וואס מענטשן פועל׳ן ביים ציון הקדוש פונעם ש״ך זי״ע ווי די צדיקי עולם פלעגן קומען מתפלל זיין נאך פאר די צווייטע וועלט מלחמה. די עסקנים הערן ממש טאג טעגליך וואונדערליכע ישועות וואס אידן האבן געהאט ביים פוקד זיין דעם ציון הק׳, פרנסה בריווח, זרע של קיימא, שידוכים, בריאות הגוף והנפש און אין אלע ענינים.

שוין אפגעקויפט

דער גרעסטער זכות — „שם הבנין“ — איז שוין אפגעקויפט געווארן דורך א נדיב.

  • שם הבנין$1,800,000נמכר
  • מקוה טהרה$360,000נמכר
  • בור הטבילה$100,000נמכר
עס בלייבן נאך 20 זכותים · זעט די גאנצע רשימה פון זכותים←

סכומי קודש בגימטריא

וועלט אויס א סכום — און דער נדבה־פארעם עפנט זיך אונטן.

נעמט יעצט א חלק אינעם אויפבוי←
04נדבה

לייגט א ציגל
ביים ש״ך

יעדער דאלאר ווערט א ציגל אינעם בנין לעבן דעם ציון — א פלאץ וואו אידן וועלן לערנען, דאווענען און זיך אפרוען, און כהנים וועלן ענדליך קענען שטיין פארן ש״ך. דער זכות בלייבט אייערס לדורות. איר באקומט גלייך א רעסיט אויפ׳ן אימעיל.

פאר א זכות אדער סיי וועלכע שאלה: 347.389.2180

Tax ID 39-3019992

קרעדיט קארד
CVV
מען קען אויך געבן מיט א צדקה קארד:OJC FundThe Donors' FundPledger
05שיקט א קוויטל

א קוויטל צום ציון

שרייבט אריין דעם נאמען מיט דער מוטער׳ס נאמען, און די פערזענליכע בקשה. דאס קוויטל ווערט אראפגעלייגט ביים ציון הקדוש, און ביים יארצייט מיט א מנין.

ציון הש״ך · 3Dדי הייליגע מצבה — ליינט די זעלטענע שבחיםליינט די שבחים ביי דער מצבה ←
בקשה
א שליח לייגט אריין דעם קוויטל ביים ציון · מיט א נדבה פון $180 און העכער
06דער ש״ך

רבינו שבתי הכהןבעל ״שפתי כהן״ על שולחן ערוך

זיין ספר אויף יורה דעה און חושן משפט ליגט אויפ׳ן טיש פון יעדן מורה הוראה ביז היינט. אין זיינע יונגע יארן איז ער שוין געווען א מורה הוראה פאר כלל ישראל, און די לעצטע יארן איז ער געווען רב אין העלישוי, וואו ער ליגט.

ב׳
חלקים פון שולחן ערוך
363
יאר זינט דער הסתלקות
ש״ך
שפתי כהן — ראשי תיבות
א׳ אדר
דער יארצייט
שפ״א1621

געבוירן אין ליטע, ביי ר׳ מאיר הכהן

ת״ו1646

דער ש״ך אויף יורה דעה ווערט געדרוקט אין קראקא

תט״ו1655

ביי די מלחמות אנטלויפט ער פון ווילנע, און קומט קיין מעהרן

תכ״ג1663

נסתלק אין העלישוי, ראש חודש אדר

07קומען צום ציון

דער וועג קיין העלישוי

העלישוי איז א קליין שטעטל אין מעהרן, אין מזרח טשעכיי. מען פליט קיין ווין אדער פראג, און פון דארט פארט מען מיט א קאר. דער ציון ליגט אינעם בית החיים פון שטאט.

היינט

ביים ציון איז נאך נישטא קיין בית מדרש און קיין הכנסת אורחים — מען דארף זיך אליין אלעס צוגרייטן. דאס איז פונקט וואס מיר בויען.

אדרעסן אין העלישוי

צום שול און צו דער מקוה דארף מען א טאג פריער רופן ווראטיסלאוו: +420 603 796 411

טשעכייעסטרייךסלאוואקייפוילןאונגארןוויןפראגקראקאבריןאסטראוועהעלישוי
פון וועלכע לופטפעלד
  • וויןVIE230 ק״מבערך צוויי און א האלב שעה
  • פראגPRG300 ק״מבערך 3 שעה
  • קראקאKRKביי א נסיעה צו קברי צדיקים אין פוילן250 ק״מבערך 3 שעה
  • בריןBRQ80 ק״מבערך א שעה
  • אסטראוועOSR100 ק״מבערך א שעה און א פערטל

די צייטן זענען בערך — מיט א קאר, אן טראפיק.

08תפילות וישועות

תפילות, סגולות און סיפורים

01

תפילה ביים ציון

דער פולער סדר התפילה כסדרן — און מעשיות פונעם ש״ך, פון ווילנע ביז העלישוי.

זֵכֶר צַדִּיק לִבְרָכָה