דער תענית פונעם ש״ך
כ׳ סיון

ויקבע עצמו יום זה לקונן עליו כעל שני החורבנים 

דער ש״ך, מגילת עיפה

כ׳ סיון ת״ח איז נעמירוב חרוב געווארן — דער אנהייב פון די גזירות ת״ח ות״ט. דער ש״ך האט דעם טאג מקבל געווען אויף זיך און אויף אלע זיינע דורות פאר א תענית, און האט דערויף מחבר געווען סליחות און קינות. דער ועד ארבע ארצות האט עס מקבל געווען פאר גאנץ פוילן.

כ׳ סיון וואס קומטכ׳ סיון תשפ״זפרייטאג, 25 יוני 2027ערב שבת קודש
  1. תתקל״א1171בלויש, צרפת

    די עלילה פון בלויש

    אויף א פאלשע עלילה ווערן מער ווי דרייסיג אידן פארברענט. רבינו תם און די גדולי צרפת מאכן דעם טאג פאר א תענית, און אין זיין בריוו צו די קהילות שרייבט רבינו תם:

    וגדול יהיה הצום הזה מצום גדליה, כי יום הכפורים הוא.
    ספר הזכירה לר׳ אפרים מבונא
  2. ת״ח1648נעמירוב, אוקראינע

    נעמירוב

    כ׳ סיון, א מיטוואך. די קאזאקן בלאזן אין טרומייטן פאר דער שטאט, ווי זיי וואלטן געווען די פוילישע סאלדאטן — און מען עפנט זיי די טויערן. מען הרג׳עט בערך זעקס טויזנט אידן, צווישן זיי דעם גאון ר׳ יחיאל מיכל; די ספרי תורה צורייסט מען און מען מאכט פון זיי שיך. פון נעמירוב גייען די גזירות ווייטער איבער גאנץ אוקראינע.

    שגם גזירת תתקל״א היתה ביום ההוא עשרים יום לחדש ההוא
    מגילת עיפה
  3. ת״י1650לובלין

    דער ועד ארבע ארצות

    אין אדר ראשון ת״י, ביי דער אסיפה פונעם ועד ארבע ארצות אין לובלין, נעמען די רבנים אויף זיך און אויף זייערע קינדער צו פאסטן כ׳ סיון אין אלע פיר לענדער — מענער פון אכצן יאר, פרויען פון פופצן.

    קבלו ועל זרעם אחריהם להתענות בכל ארבע הארצות את יום העשרים לחודש סיון בכל שנה ושנה, ביום ההוא אשר התחילה הצרה בק״ק נעמרוב הגדולה. והיום ההוא נכפלה בו הצרה.
    הקדמת המדפיס לסליחות התוספות יום טוב
  4. תי״א1651ווילנע · אמשטרדם

    דער ש״ך׳ס קבלה

    דער ש״ך וואוינט דעמאלט אין ליטע, אינדרויסן פון די פיר לענדער. ער נעמט עס אויף זיך באזונדער — אויף זיך און אויף אלע זיינע דורות — און שרייבט סליחות און קינות פאר דעם טאג, מיט א הקדמה וואס דערציילט שטאט נאך שטאט. אין תי״א ווערן זיי געדרוקט אין אמשטרדם.

פארוואס דווקא כ׳ סיון

דער ש״ך, מגילת עיפה

  1. א׳

    יען כי יום זה היא תחלה לגזרות ומכאובות

    מיט דעם טאג האבן זיך אנגעהויבן די גזירות.

  2. ב׳

    וגם כי בו הוכפלו הצרות... כי גם גזרת תתקל״א היתה ביום ההוא

    אויף דעם זעלבן טאג איז שוין אמאל געווען א גזירה — אין תתקל״א.

  3. ג׳

    וגם כי יום זה לא יארע בשבת קדש בשום פנים

    לויטן לוח פאלט כ׳ סיון קיינמאל נישט אויף שבת.

02מגילת עיפה

די ווערטער פונעם ש״ך

די הקדמה צו די סליחות — מען רופט זי „מגילת עיפה“ — האט דער ש״ך געשריבן ווי אן עדות: שטאט נאך שטאט, מיט די נעמען און מיט די צאלן.

דא זענען עטלעכע שטיקלעך, ווארט ביי ווארט.

נעמירוב · כ׳ סיון ת״ח
ורבים נסו לק״ק נעמר״ב העיר הגדולה והחשובה היתה ראש לקהלות... והרגו בעיר כמו ששת אלפים נפשות קדושים גאונים ורבנים חכמים ונבונים זקנים וישישים בחורי׳ ובתולות חתנים וכלות טף ונשים ובפרט הגאון מורינו הרב ר׳ יחיאל מיכל חכם חרשים... ובבית הכנסת לפני ארון קדש הקדשים שחטו בחלפות המשוררים והחזנים והשמשים.
מגילת עיפה

אין נעמירוב — „א הויפט פון די קהילות“ — זענען אנטלאפן אידן פון גאנץ ארום. מען הרג׳עט דארט בערך זעקס טויזנט, און אין שול, פאר׳ן ארון קודש, די חזנים און די שמשים.

די ספרי תורה · כ׳ סיון
והוציאו כל הספרי תורות ישנים וגם חדשים וקרעום לגזרים ונתנום למרמס רגלי אדם ובהמה... והיה זה ביום הרביעי עשרים יום לחדש סיון... שגם גזירת תתקל״א היתה ביום ההוא עשרים יום לחדש ההוא בו היינו נכלמים ובושים.
מגילת עיפה

די ספרי תורה, אלטע און נייע, ווערן צוריסן און צעטרעטן — אויף א מיטוואך, כ׳ סיון. און דער ש״ך מערקט: דאס איז דער זעלבער טאג פון דער גזירה פון תתקל״א.

הומיל · ת״ח
וזרע קדש אמונים אשר נהרגים על ה׳ כל הימים מאסו בחיי העולם הזה בחורים ובתולות זקנים שבים ועולמים... וצעקו בצעקה גדולה ומרה לאל עליון שוכן מרומים: שמע ישראל ה׳ אלהינו ה׳ אחד... ויאמרו אליהם היהודים: למה תאחרו להרגנו הלא לא נשמע בקולכם.
מגילת עיפה

מען שטעלט די אידן פון הומיל פאר א ברירה: שמד אדער טויט. אלט און יונג שרייען זיי אויס „שמע ישראל“, און זאגן צו די רוצחים: וואס ווארט איר? מיר וועלן אייך נישט צוהערן.

צו יעדן איד
וכל איש אשר הריחו ה׳ ביראתו ובשם ישראל מכונים ישים על לבו אלו הדברי׳ והענינים ויקבע עצמו יום זה לקונן עליו כעל שני החורבנים.
מגילת עיפה

דער ש״ך בעט: ווער עס האט אין זיך יראת שמים, זאל עס נעמען צום הארצן, און זאל דעם טאג קלאגן ווי אויף די צוויי חורבנות.

די קהילות

ווי דער ש״ך רופט זיי אויס אין דער מגילה — מיט זיין אויסלייג און מיט זיינע צאלן.

  • ק״ק נעמר״בנעמירובכמו ששת אלפים
  • ק״ק טולטשיםטולטשיןכשלשת אלפים
  • ק״ק הומי״ההאמעלכמו ט״ו מאות
  • ק״ק טשערניאווהטשערניגאווכמו שני אלפים
  • ק״ק סטרד״ובסטאראדובכמו י״ב מאות
  • ק״ק פאוולויטשפאוואלאטש
  • ק״ק פאוהבישפאהרעבישטש
  • ק״ק שדה לבןביאלע צערקווע
  • ק״ק בא״רבארכשלשת אלפי נפשות
  • ק״ק קושטנטיןקאנסטאנטיןט״ו מאות
  • ק״ק פאלינאויפאלאנעכמו י׳ אלפים
  • ק״ק או״סטורהאסטראה
  • ק״ק נאהרלנארעל
  • ק״ק שעברשיןשעברעשין
  • ק״ק טאמשאוו׳טאמאשאוו
  • ק״ק וולאדויוולאדאווע
  • ק״ק בריסקבריסק
  • ק״ק פינסקפינסק
  • ק״ק לבובלעמבערג
  • ועלו מספר ההרוגים מעם ישראל בשתי שנים אלו הנקובות יותר ממאה אלפים נפשותאין די צוויי יאר — מער ווי הונדערט טויזנט נפשות.
אמשטרדם · תט״ו · 1655

שבט יהודה, דף פ״ח

מגילת עיפה, ווי זי איז געדרוקט מיט „שבט יהודה“

פיר יאר נאך די סליחות ווערט די מגילה איבערגעדרוקט אין אמשטרדם. די צוויי שורות אין גאלד: „על כן קבעתי לעצמי ולדורותי לבנים ולבני בנים יום צום ותענית ואבל ומספד וקיני׳ ביום כ׳ לחדש סיון“.

די גאנצע מגילה אויף ספריא ←

מגילת עיפה לויט ספריא (שבט יהודה, האנאווער תרט״ו, פון דער נאציאנאלער ביבליאטעק). דער שער: Kedem. דער בלאט: HebrewBooks.

03הלכה און מנהג

כ׳ סיון היינט

פון א תענית פאר גאנץ פוילן, ביז סליחות אין טייל קהילות היינט.

דער מגן אברהם

גם נוהגין להתענות עשרי׳ בסיון בכל מלכות פולין

דער מגן אברהם ברענגט דעם מנהג פאר גאנץ פוילן. אין דער זעלבער שטיקל ברענגט ער פון די סליחות פונעם ש״ך, אז אין ת״ח זענען צוויי גרויסע קהילות חרוב געווארן אויף ערב שבת פרשת חוקת.

מגן אברהם, או״ח סי׳ תק״פ ס״ק ט׳

צוויי סדרים

דער תוספות יום טוב האט נישט געוואלט מחבר זיין נייע סליחות: ער האט אויסגעקליבן אלטע סליחות אויף גזירות, און צוגעלייגט נאר א „חטאנו“ פון זיך. דער ש״ך האט יא מחבר געווען נייע. אין פוילן האט מען אנגענומען דעם סדר פונעם תוספות יום טוב, אין ליטע דעם סדר פונעם ש״ך.

יש מנחילין, סי׳ קס״ט

דער משנה ברורה

שהיום שהתענית של כ׳ סיון אינו קבוע כ״כ שמתענים בו רק יחידים

אין זיין צייט, שרייבט דער משנה ברורה, פאסטן שוין נאר יחידים — דערפאר ליינט מען נישט „ויחל“ ביי שחרית ווען כ׳ סיון פאלט אויף א מאנטאג אדער דאנערשטאג. ער לאזט אויך א שאלה וואס מען טוט ווען כ׳ סיון פאלט אויף ערב שבת.

משנה ברורה, סי׳ תקס״ו ס״ק י׳

היינט

היינט פאסט מען נישט ברבים, אבער אין טייל קהילות זאגט מען נאך סליחות במנין — ווי בעלזא, סקווירא און פאפא. אין בעלזא האט מען צוגעלייגט אן „אל מלא רחמים“ פאר די קדושים פון דער שואה; און רבני אונגארן האבן נאך דער מלחמה דעם טאג מקבל געווען פאר א תענית אויף דעם חורבן פון תש״ד.

סליחות ליום כ׳ סיון, בודאפעשט תש״ו

עיקר התענית זה של כ׳ סיון לתת אל לבו כמעט בכל רגע על הריגת הצדיקים והחסידים שנהרגו במיתות אכזריות משונות ונשפך דמם באותו הזמן ולקונן ולהצטער בלבו על הריגת בניו של מקום ב״ה וב״ש

יסוד ושורש העבודה, שער ט׳ פרק י״א

כ׳ סיון ביים ציון

ער ליגט אין העלישוי

דער וואס האט דעם טאג מקבל געווען פאר אלע זיינע דורות, ליגט אין העלישוי. שיקט א קוויטל צום ציון, אדער שטיצט דעם בנין לעבן אים.

דער סדר התפילה ביים ציון ←
04נדבה

לייגט א ציגל
ביים ש״ך

יעדער דאלאר ווערט א ציגל אינעם בנין לעבן דעם ציון — א פלאץ וואו אידן וועלן לערנען, דאווענען און זיך אפרוען, און כהנים וועלן ענדליך קענען שטיין פארן ש״ך. דער זכות בלייבט אייערס לדורות. איר באקומט גלייך א רעסיט אויפ׳ן אימעיל.

פאר א זכות אדער סיי וועלכע שאלה: 347.389.2180

Tax ID 39-3019992

קרעדיט קארד
CVV
מען קען אויך געבן מיט א צדקה קארד:OJC FundThe Donors' FundPledger