דער ציון הקדוש פונעם ש״ך
ביים ציון · העלישוי

זֵכֶר צַדִּיק לִבְרָכָה 

א סדר פאר׳ן דאווענען ביים ציון הקדוש פונעם ש״ך זי״ע — וואס מען זאגט, ווען, און פארוואס — און מעשיות פון זיין לעבן, פון ווילנע ביז העלישוי.

01ברכה
02תהלים
03בקשה
04סיפורי מופת
01הכנה לתפילה

הלכות והנהגות למסע

01

כהנים

א כהן גייט נישט אריין אין בית החיים, און קומט נישט נענטער ווי ד׳ אמות צו א קבר. דערפאר בויט מען דעם היכל הכהנים — א פענצטער צום ציון, פון וואו א כהן קען דאווענען.

דער היכל הכהנים ←
02

תפילה צום באשעפער בזכות הצדיק

מען בעט ביים אייבערשטן אליין, אז ער זאל העלפן אין זכות פונעם צדיק — נישט צום צדיק. אזוי שרייבט דער מהרי״ל (אונטן).

03

טעג ווען מען גייט נישט צום בית החיים

מען גייט נישט צו קברים אין חול המועד. און מען גייט נישט צום זעלבן קבר צוויי מאל אין איין טאג (מג״א תקפ״א).

04

ביים ארויסגיין

מען לייגט א שטיינדל אויפן קבר, און ביים ארויסגיין פון בית החיים וואשט מען די הענט.

״והמשתטח על קברי הצדיקים ומתפלל, אל ישים מגמתו נגד המתים השוכבים שם, אך יבקש מאת השם יתברך שיתן אליו רחמים בזכות הצדיקים שוכני עפר.״

ווער עס דאווענט ביי קברי צדיקים, זאל נישט ווענדן זיין תפילה צו די מתים וואס ליגן דארט — נאר בעטן ביים אייבערשטן, אז ער זאל אים רחמנות האבן אין זכות פון די צדיקים.

— ספר מהרי״ל, מנהגים
02סדר התפילה

וואס מען זאגט ביים ציון

לויטן גשר החיים און דעם סידור. יעדער האט זיין מנהג — פרעגט אייער רב.

  1. 1אות א׳

    ביים אריינקומען

    ווער עס איז נישט געווען אין א בית החיים דרייסיג טאג, מאכט א ברכה ווען ער קומט צו ד׳ אמות פון די קברים. דערנאך זאגט מען „אתה גבור“.

    ברכות נח: · רמב״ם הל׳ ברכות י, י

    בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ אֱלֹהֵֽינוּ מֶֽלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר יָצַר אֶתְכֶם בַּדִּין וְזָן אֶתְכֶם בַּדִּין וְכִלְכֵּל אֶתְכֶם בַּדִּין, וְהֵמִית אֶתְכֶם בַּדִּין, וְיוֹדֵֽעַ מִסְפַּר כֻּלְּכֶם בַּדִּין, וְעָתִיד לְהַחֲזִיר ולְהַחֲיוֹתְכֶם בַּדִּין. בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ, מְחַיֵּה הַמֵּתִים.
    אַתָּה גִבּוֹר לְעוֹלָם, אֲדֹנָי; מְחַיֵּה מֵתִים אַתָּה, רַב לְהוֹשִֽֽׁיעַ: מְכַלְכֵּל חַיִּים בְּחֶֽסֶד. מְחַיֵּה מֵתִים בְּרַחֲמִים רַבִּים. סוֹמֵךְ נוֹפְלִים וְרוֹפֵא חוֹלִים. וּמַתִּיר אֲסוּרִים. וּמְקַיֵּם אֱמוּנָתוֹ לִישֵׁנֵי עָפָר. מִי כָמֽוֹךָ בַּעַל גְּבוּרוֹת וּמִי דּֽוֹמֶה לָךְ. מֶֽלֶךְ מֵמִית וּמְחַיֶּה וּמַצְמִֽיחַ יְשׁוּעָה.
  2. 2אות ב׳

    ביים ציון

    ביים ציון לייגט מען די לינקע האנט אויפן קבר און מען זאגט דעם פסוק „ונחך“, „תשכב בשלום“, און דעם „יהי רצון“ מיטן נאמען פונעם ש״ך.

    ישעיה נח, יא–יב · באר היטב או״ח רכד

    וְנָחֲךָ יְהֹוָה תָּמִיד וְהִשְׂבִּיעַ בְּצַחְצָחוֹת נַפְשֶׁךָ וְעַצְמֹתֶיךָ יַחֲלִיץ וְהָיִיתָ כְּגַן רָוֶה וּכְמוֹצָא מַיִם אֲשֶׁר לֹא יְכַזְּבוּ מֵימָיו. וּבָנוּ מִמְּךָ חׇרְבוֹת עוֹלָם מוֹסְדֵי דוֹר וָדוֹר תְּקוֹמֵם וְקֹרָא לְךָ גֹּדֵר פֶּרֶץ מְשֹׁבֵב נְתִיבוֹת לָשָׁבֶת.
    תִּשְׁכַּב בְּשָׁלוֹם וְתָנֽוּחַ בְּשָׁלוֹם עַד בֹּא מְנַחֵם מַשְׁמִֽיעַ שָׁלוֹם.
    יְהִי רָצוֹן שֶׁתְּהֵא מְנוּחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ שַׁבְּתַי בֶּן רַבִּי מֵאִיר הַכֹּהֵן בְּכָבוֹד וּזְכוּתוֹ יַעֲמוֹד לִי
  3. 3אות ג׳

    שלום עליך

    נוסח אמירת שלום עליך לרבינו הקדוש פונעם סידור, וואו מען דערמאנט זיין הייליגן נאמען.

    פונעם סידור, תפילה בקברי צדיקים

    שלום עליך מורינו ורבינו רבינו שבתי בן רבי מאיר הכהן, תהי נפשך ונפשות תלמידיך צרורה בצרור החיים. שלום עליך ועל משכביך, אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא, אשריך שזכית ללכת אחרי יוצרך לעבדו בלבב שלם, וזכית והצדקת את הרבים והרית חוק ומשפט בישראל. על כן גדול שכרך וישבת במעלת הצדיקים עם המלאכים הקדושים אשר שם אצל בני עליון. הרחמן יחיש תחייתך ויזכינו לראות פניך, וזוהר יקרך אשר הוא מאיר ומזהיר כזוהר הרקיע, ויעמוד לנו זכותך וצדקתך וזכות תורתך בעת ובעונה הזאת, וזכותך וזכות תומתך וענוותנותך תגן בעדינו ותסייענו, ותעמוד מליץ טוב בינינו לבין אלוהינו, שיפתח לבבנו הערל בסודות תורתו, ואהבת חסד והצנע לכת עם אלוהינו, ויצליחנו בכל דרכינו, ואל ישלטו בנו אויבינו, ואל ייתן למוט רגלינו, ונהיה במחיצת הצדיקים נוחלי שני עולמות, אמן סלה.
  4. 4אות ד׳

    תהלים

    זיבן קאפיטלעך תהלים: ל״ג, ט״ז, י״ז, ע״ב, צ״א, ק״ד, ק״ל.

    גשר החיים · מנהג ירושלים

  5. 5אות ה׳

    קאפיטל קי״ט

    פון קאפיטל קי״ט — די פסוקים פון די אותיות פונעם נאמען שבתי (ש·ב·ת·י), און דערנאך די אותיות פון נשמה (נ·ש·מ·ה).

    גשר החיים

  6. 6אות ו׳

    תפילה ביי קברי צדיקים

    די תפילה פונעם סידור פאר קברי צדיקים. ביי „וּבִפְרָט לַחוֹלֶה“ דערמאנט מען דעם נאמען פון א חולה.

    תפילות לבית העלמין

  7. 7אות ז׳

    אייער אייגענע בקשה

    יעצט איז די צייט צו בעטן — פאר זיך, פאר דער משפחה און פאר כלל ישראל, אין אייער אייגענער שפראך. ווער עס האט קוויטלעך, ליינט זיי דא איבער.

    צוריקקומען באדאנקען

    דער טשעבינער רב זצ״ל איז געווען אן אייניקל פונעם ש״ך, און אין זיין משפחה איז געווען א קבלה: ווער עס דארף א ישועה, זאל קומען דאווענען צום ציון פונעם ש״ך — און ער קען זיך ריכטן אויף א ישועה. און ווען דער אייבערשטער העלפט, זאל ער צוריקקומען צום ציון זיך באדאנקען דעם אייבערשטן, און דעם ש״ך פאר׳ן זיין א מליץ יושר.

    ס׳איז אנגענומען ביי אסאך אידן — און ספעציעל ביים ציון פונעם ש״ך — צו זאגן ביים בעטן, בלי נדר: ווען דער אייבערשטער וועט מיר העלפן, וועל איך צוריקקומען צום ציון זיך באדאנקען. גאר אסאך אידן האבן דא געזען גרויסע ישועות, און זענען צוריקגעקומען מיט א הודאה.

    אזוי ווי יעקב אבינו, וואס האט מקבל געווען אין זיין צרה, און איז צוריקגעקומען קיין בית אל מקיים צו זיין זיין נדר. זאגט „בלי נדר“ — און ווען די ישועה קומט, פארשפעטיגט נישט.

    די קבלה: פון דער משפחה פונעם טשעבינער רב זצ״ל · בראשית רבה ע, א („כדי שיהיו נודרים בעת צרתן“) · שו״ע יו״ד רג, ב·ד·ה · רש״י בראשית לה, א

    האט איר געזען א ישועה? שרייבט אונז ←
    שיקט א קוויטל, מען וועט עס ליינען ביים ציון←
01ווילנע · ער איז אלט געווען פינף יאר

א קשיא אין חדר

אין חדר האט מען געלערנט פרשת חיי שרה מיט רש״י. ביים פסוק „ואבוא היום אל העין“ זאגט רש״י: „היום יצאתי והיום באתי — מכאן שקפצה לו הארץ“. אליעזר איז אנגעקומען אין איין טאג, מיט א נס.

איין אינגל האט געפרעגט: וויאזוי האט אליעזר געקענט דערציילן אזא וואונדערליכע זאך פאר רבקה׳ס משפחה — ווער וועט אים גלייבן? דער מלמד האט נישט געהאט קיין תירוץ.

איז אויפגעשטאנען דער קליינער שבתי׳לע: ווייטער אין דער פרשה זאגט רש״י, אז אליעזר האט זיי געוויזן א שטר וואו אברהם האט אלעס איבערגעשריבן פאר יצחק׳ן. דער שטר איז געשריבן געווארן דעם זעלבן טאג וואס ער איז ארויס — האט מען געזען, אז ער איז טאקע אנגעקומען מיט א נס.

מקור:חברת פינטו, „רבי שבתי הכהן — הש״ך“

02אזוי פארטיפט אין לערנען

אויף די דעכער

אמאל איז דער ש״ך ארויף אויפן דאך פון שטוב, צו לערנען אליין, אין רואיגקייט. פארטיפט אין די מחשבות האט ער אנגעהויבן צו גיין, און פארגעסנדיג וואו ער שטייט, איז ער אריבער פון איין דאך צום צווייטן — און איבער די לעכער צווישן די הייזער איז ער אריבער מיט א נס.

אונטן האבן זיך אנגעזאמלט מענטשן, געשטוינט און געציטערט אז עפעס זאל נישט פאסירן. דער ש״ך אליין האט פון גארנישט געוואוסט.

מקור:ספר הזכרונות (אדמו״ר הריי״צ), פרק מ

03זיין זון ר׳ משה

די חידושים פון איין טאג

דער ש״ך׳ס זון, ר׳ משה, איז שווער קראנק געווארן. דער טאטע האט מתפלל געווען, אבער עס איז נאר ערגער געווארן, ביז ער איז געלעגן ביי די שערי מות.

איז דער ש״ך געשטאנען און געזאגט, אז ער גיט איבער פאר זיין זון דעם זכות פון אלע חידושי תורה וואס ער האט מחדש געווען יענעם טאג. גלייך האט דער חולה אנגעהויבן צו גענעזן.

מקור:ספר הזכרונות, שם

04דער ט״ז ביים ש״ך

„ותורה מחזרת על אכסניא שלה“

דער ש״ך האט אויפגעשריבן נקודות הכסף, השגות אויפן ט״ז — אבער אין דער הקדמה שרייבט ער, אז קיינער זאל נישט מיינען אז עס איז פון מחלוקת: צווישן זיי איז מקוים געווארן „את והב בסופה“ — ליבשאפט אינעם סוף.

דער ט״ז, דער אלטער גאון, איז געקומען צו אים, און איז געווען ביי אים דריי טעג. דער ש״ך האט אים מכבד געווען מיט א כבוד וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן, און דער ט״ז האט אים אויך מכבד געווען — ביז ער האט אים געקושט אויפן קאפ, און זיך מיט אים געפרייט ווי ביי א שמחת בית השואבה.

דערציילט מען, אז דער ט״ז האט אים דאן געפרעגט ווי ער שרייבט. דער ש״ך האט געענטפערט: ביי טאג לערן איך, ביי נאכט שרייב איך — און אינדערפרי גיי איך איבער וואס איך האב געשריבן, און מעק אויס א סך, ביז עס בלייבט נאר דאס בעסטע און דאס אמת׳סטע. האט אים דער ט״ז געקושט אויפן קאפ און געזאגט: איך בין זיכער, אז מען וועט פסק׳ענען פון דיין ספר.

מקור:הקדמה צו נקודות הכסף; דער שמועס — חברת פינטו

05קאליש · מיטן מגן אברהם

„אני מצווה לחכות“

אמאל איז דער ש״ך געקומען קיין קאליש און געזאגט א דרשה. דער מגן אברהם איז געקומען הערן, און דערנאך האט ער געשיקט א תלמיד צום ש״ך מיט א קשיא — און אים אויסגעלערנט וויאזוי ווייטער צו פלפל׳ן.

דער ש״ך האט הנאה געהאט פונעם פלפול. אבער ווען ער האט אנגעהויבן רעדן מיט אים אין אנדערע ענינים, האט דער תלמיד זיך ארויסגעגעבן, אז ער איז נאר א שליח. „פון וועמען?“ — „פונעם מגן אברהם.“ דער ש״ך האט אים געבעטן צו קומען, און זיי זענען געזעסן לאנג אין דברי תורה.

אינמיטן קלאפט דער בעל אכסניא: „רבי, איר מוזט ארויס — ס׳ליגט דא א גוסס אין שטוב.“ א כהן טאר נישט זיין אונטער איין דאך מיט א מת. דער ש״ך האט ארויפגעקאשערט דעם רעכטן ארבל, געקלאפט אויפן טיש און געזאגט: „אני מצווה לחכות“ — איך הייס ווארטן. ער האט ווייטער גערעדט מיטן מגן אברהם, און ערשט ווען זיי האבן געענדיגט איז ער ארויס. גלייך דערנאך איז דער חולה נפטר געווארן.

מקור:בצילו חמדתי — פונעם טשעבינער רב, פון זיין פעטער ר׳ יצחק ראפאפארט, פונעם אבני נזר

06גזירות ת״ח ות״ט

כ׳ סיון

אין די יארן ת״ח–ת״ט זענען כמיעלניצקי׳ס קאזאקן געגאנגען דורך אוקראינע און פוילן, און חרוב געמאכט קהילה נאך קהילה — נעמיראוו, טולטשין, אומאן. דער ש״ך איז געווען א יונגער מאן, און ער האט עס אלעס געזען.

ער האט געשריבן „מגילת איפה“ — א קינה אויף דעם חורבן — און סליחות. און ער האט מקבל געווען אויף זיך און אויף זיינע קינדער צו פאסטן כ׳ סיון, דעם טאג פונעם חורבן פון נעמיראוו. ועד ארבע ארצות האט עס שפעטער מקבל געווען אלס תענית פאר אידן אין גאנץ פוילן.

מקור:מגילת איפה (אמסטערדאם, תי״א)

07תט״ו · אנטלאפן פון ווילנעאזוי דערציילט מען

די טאכטער אינעם וואלד

ווען די רוסן האבן איינגענומען ווילנע, איז דער ש״ך אנטלאפן מיט זיין קליין קראנק טעכטערל. אינעם פראסט פון וואלד האט ער געמיינט אז זי איז שוין נפטר געווארן — און ווען ער האט געהערט פערד און הינט, האט ער זיך באהאלטן. ווען ער איז צוריקגעקומען, איז זי מער נישט געווען דארט.

דאס איז געווען א פריץ אויף א געיעג, וואס האט זי געפונען, אויפגעלעבט און אויפגעהאדעוועט ווי א פרינצעסין. זי האט געהיטן איר אידישקייט בסוד, און יארן שפעטער האט דער ש״ך זי ווידער געפונען און דערקענט.

מקור:אן אלטע מעשה; ר׳ מאיר לעהמאן האט דערפון געשריבן דעם ראמאן „בת הש״ך“

08תט״ו–תכ״ג

פון ווילנע ביז העלישוי

דאנערשטאג, כ״ד תמוז תט״ו, איז דער ש״ך אנטלאפן פון ווילנע, מיט אלע אידן פון שטאט. ער איז געקומען קיין לובלין — און אויך דארט איז די מלחמה אים נאכגעקומען: דעם ערשטן טאג סוכות האבן די חיילות געהרגעט אסאך אידן. ווידער איז ער אנטלאפן, קיין פראג.

ער וואס איז געזעסן אין בית דין פון ווילנע, איז געווארן רב אין שטראסניץ, א קליין שטעטל אין מעהרן. פון דארט האט מען אים גערופן קיין העלישוי. דארט איז ער נסתלק געווארן ראש חודש אדר תכ״ג — אלט איין און פערציג יאר.

מקור:ויקיפעדיע; ראדיא פראג; VIN News

האט איר געזען א ישועה ביים ציון?

שרייבט אייער מעשה דא, לחיזוק פאר אנדערע. דער ועד קוקט עס איבער, און דערנאך ווערט עס ארויפגעלייגט אויף דעם בלאט.

אייער נאמען און טעלעפאן זעט נאר דער ועד — כדי צו קענען באשטעטיגן די מעשה. אויפ׳ן בלאט שטייט נאר וואס איר קלייבט אונטן.

וואס זאל שטיין אונטער דער מעשה?

אזוי וועט עס שטיין:…

05נדבה

לייגט א ציגל
ביים ש״ך

יעדער דאלאר ווערט א ציגל אינעם בנין לעבן דעם ציון — א פלאץ וואו אידן וועלן לערנען, דאווענען און זיך אפרוען, און כהנים וועלן ענדליך קענען שטיין פארן ש״ך. דער זכות בלייבט אייערס לדורות. איר באקומט גלייך א רעסיט אויפ׳ן אימעיל.

פאר א זכות אדער סיי וועלכע שאלה: 347.389.2180

Tax ID 39-3019992

קרעדיט קארד
CVV
מען קען אויך געבן מיט א צדקה קארד:OJC FundThe Donors' FundPledger