
כִּי שִׂפְתֵי כֹהֵן יִשְׁמְרוּ דַעַת
דער „בנין הכנסת אורחים“ הארט נעבן דעם ציון הקדוש פונעם הייליגן ש״ך זי״ע — דברי הימים, דער בנין, תכנית הבנין און אלע זכותים.
א זעלטענער היסטארישער געלעגנהייט
גרויס התרגשות און התרוממות הנפש הערשט צווישן גאנץ כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם, מיט די בשורה טובה ומרנינה וואס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט, אז די חשוב׳ע אייניקלעך פון מרן רבי שבתי כהן זי״ע, בעל הש״ך ונקודות הכסף על שולחן ערוך, גרייטן זיך אהערצושטעלן א פולשטענדיגע „בנין הכנסת אורחים“ אין דער שטאט „העלישוי“ אין „טשעכיי“ הארט נעבן דעם ציון המצוינת קודש הקדשים פון דעם הייליגן ש״ך זי״ע.
דער הייליגער ש״ך זי״ע איז באקאנט מיט די טיפזינע פירושים וואס ער האט ארויסגעגעבען אויף שולחן ערוך, יורה דעה און חושן משפט, דאס רעכנט אריין די חיבורים ש״ך, נקודת הכסף און קונטרס האחרון, וואו דער ש״ך איז זיך מפלפל מיט׳ן הייליגן טורי זהב זי״ע איבער דעם פירוש פונעם מחבר און רמ״א, און דאס מאכט א גרויסן נפק״מ וויאזוי מען נעמט אן להלכה.
גאנץ כלל ישראל אין אלע דורות טוען לערנען דעם הייליגן פירוש פונעם ש״ך, מען איז דן לעומקה של הלכה אין יעדן ווארט וואס דער הייליגער ש״ך האט געמיינט ארויסצוברענגען, און אויף יעדע זאך איז תילי תילים של הלכות וואס איז נוגע למעשה וויאזוי זיך צו פירן.
דער ש״ך איז נפטר געווארן אין גאר א יונגן עלטער און ער איז נקבר געווארן אין די שטאט „העלישוי“. נאך די פטירה פונעם ש״ך זי״ע איז זיין ציון הקדוש געווארן א ציאונגס קראפט פאר טויזנטער מענטשן פון איבעראל. אנשים נשים וטף זענען זיך געקומען משתטח זיין אויפ׳ן הייליגן ציון און עס איז געווען א מקום מקובל צו פועל׳ן ישועות ורפואות און אלעס וואס פעלט זיך אויס ברוחניות ובגשמיות.
זינט די צווייטע וועלט מלחמה זענען גאר ווייניג מענטשן געקומען צום בית החיים, און דער שטאט „העלישוי“ מקום מנוחת קדשו פונעם הייליגן ש״ך איז געשטאנען מער ווייניגער ליידיג, וויבאלד עס איז ארויס פון געגנט און עס איז נישט געווען אויסגעשטעלט פאר דעם, עס איז נישט געווען קיין בית המדרש און מקוה, ווער רעדט נאך פון א הכנסת אורחים צו אויפנעמען די געסט כראוי וכיאות.
אן היסטארישער ווענדפונקט
גרינדונג פון „ועד הכנסת אורחים דרבינו הש״ך“
דאס אלעס האט זיך געטוישט מיט געציילטע יאר צוריק ווען די חשוב׳ע נכדי הש״ך האבן זיך צוזאמגענומען און האבן אינאיינעם אנגעהויבן ארבעטן להחזיר עטרה ליושנה, צוריקצוברענגען דעם אלטן גלאנץ און שיין צום ציון הקדוש, אז טויזנטער אידן פון איבער דער וועלט זאלן ווידעראמאל קענען אנהייבן קומען צו זיין ציון הקדוש און פועל׳ן ישועות ורפואות למען הכלל והפרט.
אין די לעצטערע יארן הערט מען כסדר אן א שיעור ישועות ורפואות וואס מענטשן פועל׳ן ביים ציון הקדוש פונעם ש״ך זי״ע ווי די צדיקי עולם פלעגן קומען מתפלל זיין נאך פאר די צווייטע וועלט מלחמה. די עסקנים הערן ממש טאג טעגליך וואונדערליכע ישועות וואס אידן האבן געהאט ביים פוקד זיין דעם ציון הק׳, פרנסה בריווח, זרע של קיימא, שידוכים, בריאות הגוף והנפש און אין אלע ענינים.
אן היסטארישער מקח
מען שליסט קאנטראקט אויף א געביידע
ווי נאר די עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם נושא האבן זיי געזען דעם ווארעמקייט וואס הערשט ביים ציבור צו קענען קומען מתפלל זיין אויפ׳ן ציון הקדוש איבער׳ן גאנצן יאר, זיי האבן זיך טאקע אריינגעלייגט צו טון וואס מעגליך אויפצוארבעטן דעם מקום קדוש, און בסייעתא דשמיא האט מען א קורצער צייט צוריק געשלאסן קאנטראקט אויף א געביידע און שטח הארט נעבן דעם ציון הקודש פונעם הייליגן ש״ך זי״ע.
אלע פעולות וועלן בעז״ה געפירט ווערן אונטער א חשובע ועד הרבנים נכדי הש״ך, בראש פון הגה״צ רבי אברהם הערש וואזנער שליט״א אב״ד סאטמאר מאנסי, הגה״צ רבי מיכל שטיינמעץ שליט״א דומ״ץ סקווירא, און נאך.
אן היסטארישער געביידע
א בליק אריין אינעם „בנין הכנסת אורחים“
דער גיגאנטישער „בנין הכנסת אורחים“ וועט בעז״ה ענטהאלטן אלע הצטרכות ברוחניות ובגשמיות לטובת די טויזנטער אידן, יערליכע באזוכער פון איבער דער וועלט.
היכל ביהמ״ד
א געשמאקע היכל ביהמ״ד מיט פילע ספרי קודש לתורה ותפלה
מקוה
א מקוה מפוארה מיט אלע חומרות והידורים, בורות הטבילה און פילע שויער
חדר האוכל
א חדר האוכל צו קענען עסן צו דער זעט
קאך
א גרויסער קאמערציאלער קאך צו קענען פיטערן די געסט
חדרי השינה
פילע חדרי השינה צו קענען איבערנעכטיגן, און נאך צרכים וואס פעלט זיך אויס לטובת הציבור
„היכל הכהנים“
אין אן היסטארישער דורכברוך וועט בעז״ה געבויעט ווערן אינעם היכל הביהמ״ד א ספעציעלע „היכל הכהנים“, מיט א גרויסער פענסטער גלייך ארויס צום ביה״ח דעזיגנירט פאר כהנים צו קענען קומען מתפלל זיין ממש נעבן דעם ציון הק׳, אנדערש ווי ביז היינט ווען כהנים האבן מתפלל געוועהן פון דערווייטענס נישט קענענדיג צוקומען אדער זעהן דעם ציון הקדוש.
שטאק נאך שטאק

← סקראלט אויף דער זייט צו זען דעם גאנצן שטאק →
- אהויפט אריינגאנג
- בפרוזדור הבנין
- גטרעפן ארויף צום צווייטן שטאק
- דמקוה טהרה
- הבור מי גשמים
- וביה״כ
- זקאט רום
- חקאווע
- טחדר האוכל
- יבית התבשיל
- יאפרויען אריינגאנג צום בנין
- יבטרעפ ארויף צו היכל הכהנים
זכותים אדירים
פון די פולע אפציע׳ס צו איינהאנדלען א קנין זכות למזכרת נצח ביים בנין האדיר הארט ביים ציון הק׳ פונעם הייליגן ש״ך זי״ע
- 23
- זכותים
- 3
- פארקויפט
- $18,000
- פון
כאפט אריין איינס פון די זכותים
אצינד קומען מיר מיט א בקשה צו אייך חשוב׳ע נדיבים בעם:
אנא חזקנו נא, העלפט אונז ארויס צו קענען גומר זיין דעם פראיעקט מכח אל הפועל. עס איז א זעלטענער געלעגנהייט צו כאפן איינס פון די גאלדענע זכותים אין דעם געביידע, וואס דערפון וועט ארויסקומען אומצאליגע שעות תורה, תפלה, גמילות חסדים און פיל נאך, דאס אלעס וועט גיין אויף אייער חשבון! עס וועט שטיין צו אייער זייט!
עס וועט אייך באגלייטן לעולמי עד ולנצח נצחים!
מיט גרויס שעצונג
ועד הכנסת אורחים דרבינו הש״ך
שער הבנין
$250,000פרוזדור הבנין
$180,000היכל הביהמ״ד
$500,000היכל הכהנים
$360,000ארון קודש
$100,000אוצר הספרים
$72,000בימה
$50,000שולחנות
$36,000עמוד
$36,000נר תמיד
$100,000לע״נ מרן רבי שבתי כהן זי״ע בעל הש״ך
נר למאור
$100,000מקוה טהרה
$360,000שער מקוה טהרה
$100,000בור הטבילה
$100,000בור מי גשמים
$50,0002 זכותים
חדר האוכל
$250,000בית התבשיל
$100,000קאווע שטיבל
$100,000מזוזות
$18,000חלונות
$26,000בנין חדרי השינה
$360,000חדרי שינה
$36,00010 זכותים
לייגט א ציגל
ביים ש״ך
יעדער דאלאר ווערט א ציגל אינעם בנין לעבן דעם ציון — א פלאץ וואו אידן וועלן לערנען, דאווענען און זיך אפרוען, און כהנים וועלן ענדליך קענען שטיין פארן ש״ך. דער זכות בלייבט אייערס לדורות. איר באקומט גלייך א רעסיט אויפ׳ן אימעיל.
פאר א זכות אדער סיי וועלכע שאלה: 347.389.2180
Tax ID 39-3019992

כִּי הַמָּקוֹם אֲשֶׁר אַתָּה עוֹמֵד עָלָיו אַדְמַת קֹדֶשׁ הוּא
פאר סיי וועלכע הערה אדער צו מנדב זיין, ביטע רופט:
