רבינו שבתי הכהן · שפ״א–תכ״ג

כִּי שִׂפְתֵי כֹהֵן יִשְׁמְרוּ דַעַת וְתוֹרָה יְבַקְשׁוּ מִפִּיהוּ 

מלאכי ב, ז — פון דעם פסוק האט דער ספר זיין נאמען

איין און פערציג יאר האט ער געלעבט. אין די יארן האט ער געשריבן א ספר וואס ליגט ביז היינט ביי יעדן מורה הוראה — און דורכגעמאכט ת״ח ות״ט, די מלחמות, און א וועג פון ליטע ביז מעהרן.

  1. שפ״א1621ליטע

    געבוירן

    געבוירן צו ר׳ מאיר הכהן, א תלמיד חכם, וואס איז געווען זיין ערשטער רבי. אין אמסטיבאווע, זאגט מען; אנדערע זאגן אין ווילנע.

  2. שצ״ג1633טיקטין · קראקא · לובלין

    אין ישיבה

    אלט צוועלף יאר פארט ער לערנען אין דער ישיבה פון ר׳ יהושע העשיל אין טיקטין, און שפעטער לערנט ער אין קראקא און אין לובלין.

  3. ת״אבערך 1641ווילנע

    חתונה, און דער בית דין פון ווילנע

    ער האט חתונה מיט יענטא לאה, די טאכטער פון ר׳ שמעון וואלף, א נגיד אין ווילנע און אן אייניקל פונעם רמ״א. נאך יונג זעצט מען אים אריין אין בית דין פון ווילנע, ביי ר׳ משה לימא, דעם בעל חלקת מחוקק.

  4. ת״ו1646קראקא

    דער ש״ך אויף יורה דעה

    אלט פיר און צוואנציג יאר דרוקט ער „שפתי כהן“ אויף יורה דעה, מיט די הסכמות פון די גדולי הדור. דאס איז דער איינציגער דפוס וואס ער האט אליין צוגעגרייט — און צוויי יאר שפעטער האבן די גזירות ת״ח פארלוירן רוב פון די ספרים.

    דער שער בלאט ←
  5. ת״ח–ת״ט1648–1649פוילן און אוקראינע

    ת״ח ות״ט

    כמיעלניצקי׳ס קאזאקן מאכן חרוב קהילה נאך קהילה. דער ש״ך שרייבט סליחות און א קינה אויפן חורבן, און נעמט אויף זיך און אויף זיינע קינדער צו פאסטן כ׳ סיון. די סליחות ווערן געדרוקט אין אמשטרדם, תי״א.

    כ׳ סיון — דער תענית פונעם ש״ך ←
  6. תט״ו1655ווילנע · לובלין · פראג

    אנטלאפן פון ווילנע

    ווען די רוסן נעמען איין ווילנע, אנטלויפט ער מיט די אידן פון שטאט. ער קומט קיין לובלין, און ווען די מלחמה קומט אים דארט אויך נאך — ווייטער קיין פראג.

    פון ווילנע ביז העלישוי ←
  7. תט״ו–תכ״ג1655–1663שטראסניץ · העלישוי

    רב אין מעהרן

    ער ווערט רב אין שטראסניץ, א קליין שטעטל אין מעהרן, און פון דארט רופט מען אים קיין העלישוי. דער שול אין העלישוי הייסט ביז היינט מיט זיין נאמען — Šachova synagoga.

    דער שול היינט ←
  8. תכ״ג1663העלישוי

    נסתלק

    ראש חודש אדר תכ״ג איז ער נסתלק געווארן, אלט איין און פערציג יאר, און מען האט אים מקבר געווען אינעם בית החיים פון העלישוי. דאס זעלבע יאר קומט ארויס זיין ש״ך אויף חושן משפט, אין אמשטרדם.

    די הייליגע מצבה (3D) ←
  9. תל״ז–ת״פ1677–1720פרנקפורט דאדער · דעסוי · יעסניץ

    די ספרים נאך אים

    זיינע איבעריגע כתבים ווערן געדרוקט נאך זיין הסתלקות: נקודות הכסף און תקפו כהן, און שפעטער גבורת אנשים — וואס זיין אייניקל ר׳ יצחק, דער זון פון זיין זון ר׳ משה, ברענגט צום דרוק.

02עדות פון יענע טעג

ווילנע, תמוז תט״ו

אין תמוז תט״ו פאלן די רוסן און די קאזאקן אויף ווילנע. אין שטאט זענען דעמאלט געזעסן גרויסע גאונים: דער ש״ך; ר׳ משה רבקש, דער באר הגולה — פון די זקנים פונעם גר״א; ר׳ אפרים הכהן, דער שער אפרים — דער זיידע פונעם חכם צבי; און ר׳ אהרן שמואל קוידנאווער, דער ברכת הזבח.

מיט דער גאנצער קהילה זענען זיי אנטלאפן. דער באר הגולה האט אראפגעשריבן יענע טעג מיט זיין אייגענער פעדער — און דער ש״ך אליין האט שוין פריער, אין „מגילת עיפה“, באוויינט די גזירות ת״ח ות״ט און די פליטים. דאס זענען זייערע ווערטער, אזוי ווי זיי שטייען.

דער באר הגולה — ווי די קהילה לויפט
וביום ד׳ כ״ג לתמוז שנת תט״ו נמלטו על נפשם ויצאו מן העיר כמעט כל הקהל כאחד, את אשר הכינו להם סוסים ועגלות יצאו טעונות עם נשותיהם בניהם ובנותיהם וקצת מנכסיהם, ואשר לא הכינו יצאו ברגליהם ומשארותם בניהם הקטנים על כתפיהם.
הקדמת באר הגולה, חלק אורח חיים

מיטוואך, כ״ג תמוז — די גאנצע ווילנער קהילה גייט ארויס פון שטאט: ווער עס האט א וואגן, פארט; ווער נישט, גייט צו פוס, מיט די קליינע קינדער אויף די פלייצעס.

דער באר הגולה — זיין אייגענער גאנג
במקלי בימני יצאתי, וכיס תפילין אחזתי, ובשמאלי ספר עברונות תפסתי, הרהורי דברים על לבי העליתי, מי יודע איפה אשכונה בגלותי... את ביתי מלא כל טוב עזבתי ונטשתי את נחלתי... והתהלכנו באשר התהלכנו, ותבקע הארץ לקול המית הבוכים, וגם עיני נגרה ולא תדמע כמים הנשפכים.
הקדמת באר הגולה, חלק אורח חיים

דעם קומענדיגן טאג גייט ער אליין: אין איין האנט דער שטעקן און דער תפילין זעקל, אין דער אנדערער א לוח. זיין הויז און זיינע ספרים בלייבן הינטער אים.

דער ש״ך — אויף די פליטים
ויתר פליטת ישראל הנמלטים... נשארו בערום ובחסר כל בידים ריקנים, והעשירים אשר היו עלי תולע אמונים יצאו נקי מנכסיהם ונעשו דלים ואביונים... עניים ודווים וסחופים ועיפים ועטופים ברעב ומוכפנים, שואלים ללחם ואין פורש, ואין כ״ל ואין כסף ואין עונים, הולכים ושטים ומכתתים רגליהם מעיר לעיר, לכל צד הם פונים לבקש עזרה מאחיהם בית ישראל.
מגילת עיפה, הקדמת הש״ך לסליחות · אמשטרדם תי״א

די וואס זענען אנטלאפן פון די קאזאקן בלייבן נאקעט און מיט ליידיגע הענט — אפילו די וואס זענען געווען רייך. הונגעריג און מיד וואנדערן זיי פון שטאט צו שטאט, צו בעטן הילף ביי זייערע ברידער.

דער ש״ך — דער תענית פון כ׳ סיון
על כן קבעתי לעצמי ולדורותי לבנים ולבני בנים יום צום ותענית ואבל ומספד וקינים ביום כ׳ לחדש סיון... יען כי יום זה היא תחלה לגזרות ומכאובות... וחברתי סליחות והקינות בבכי ותחנונים לאומרם ביום זה בכל שנה ושנה.
מגילת עיפה, הקדמת הש״ך לסליחות · אמשטרדם תי״א

ער נעמט אויף זיך און אויף זיינע קינדער און אייניקלעך א תענית אויף כ׳ סיון: אין דעם טאג האבן זיך אנגעהויבן די גזירות, די גזירה פון תתקל״א איז אויך געווען אין דעם טאג, און ער פאלט קיינמאל נישט אויף שבת. שפעטער האט דער ועד ארבע ארצות עס מקבל געווען פאר גאנץ פוילן.

דער באר הגולה לויט ר׳ שמואל יוסף פין, „קריה נאמנה“ (ווילנע תר״ך); דער ש״ך לויט „מגילת עיפה“, ווי עס איז געדרוקט מיט „שבט יהודה“ (האנאווער תרט״ו).

03חיבוריו הקדושים

חיבורי מרן בעל הש״ך

יעדער ספר מיטן שער בלאט פונעם ערשטן דפוס — אזוי ווי ער איז ארויס פונעם דרוק.

דפוס ראשוןקראקאת״ו1646

שפתי כהן על יורה דעה

אויפן שולחן ערוך, יורה דעה

דער ספר וואס האט אים געגעבן דעם נאמען: „ש״ך“ איז ראשי תיבות פון שפתי כהן. ער גייט סעיף נאך סעיף אויפן מחבר און אויפן רמ״א, ברענגט די מקורות, און פסק׳נט. מיט אים א קונטרס, דיני ספק ספקא בקצרה.

ער האט עס געשריבן ביז פיר און צוואנציג יאר. היינט שטייט עס אויפן בלאט פונעם שולחן ערוך, נעבן דעם ט״ז — און מען פסק׳נט דערפון ביז היינט.

בילד: Genazym

דפוס ראשוןאמשטרדםתכ״ג1663

שפתי כהן על חושן משפט

אויפן שולחן ערוך, חושן משפט

דער צווייטער חלק, אויף דיני ממונות, מיט א קונטרס אין דיני מיגו. ער איז ארויס אין אמשטרדם, דאס יאר וואס דער ש״ך איז נסתלק געווארן.

בילד: Winners

דפוס ראשוןאמשטרדםתי״א1651

סליחות על גזירות ת״ח ות״ט

סליחות און א קינה אויף ת״ח ות״ט

סליחות פאר כ׳ סיון, מיט א הקדמה וואס דערציילט וואס עס איז געשען אין יעדער שטאט — איינס פון די וויכטיגסטע עדות פון יענע יארן. שפעטער האט מען עס גערופן „מגילת עיפה“.

אויפן שער: „על הגזרות רעות שארעו בעו״ה בארץ אקריינא וואלין ופאדליי וליטא“ — געדרוקט אין אמשטרדם, ביי עמנואל בנבנשתי.

בילד: Kedem

דפוס ראשוןפרנקפורט דאדערתל״ז1677

נקודות הכסף

השגות אויפן ט״ז, יורה דעה

דער ש״ך גייט איבער דעם ט״ז אויף יורה דעה און פרעגט אויף אים. אין דער הקדמה שרייבט ער, אז ס׳איז נישט פון מחלוקת — צווישן זיי איז מקוים געווארן „את והב בסופה“.

דער נאמען קומט פונעם זעלבן פסוק ווי דער ט״ז׳ס „טורי זהב“: „תורי זהב נעשה לך עם נקודות הכסף“ (שיר השירים א, יא) — און דער פסוק שטייט אונטן אויפן שער. אויך שטייט דארט, אז ער האט עס געענדיגט אין ווילנע.

בילד: Genazym

דפוס ראשוןפרנקפורט דאדערתל״ז1677

תקפו כהן

כללים אין דיני ממונות

כללים וואס טאן ווען א דין בלייבט תיקו, ווען די פוסקים זענען חולק, און ווען איינער כאפט און זאגט „קים לי“. אזוי שטייט אויפן שער: „כללי דינים על תיקו ופלוגתא דרבוותא ושני דיעות בפוסקים ותפיסת קים לי“.

בילד: Winners

דפוס ראשוןדעסויתנ״ז1697

גבורת אנשים

אויפן שולחן ערוך, אבן העזר סימן קנ״ד

זיין איינציגער ספר אויף אבן העזר, אויף איין סימן. זיין אייניקל ר׳ יצחק בן ר׳ משה כ״ץ האט אים געברענגט צום דרוק, מיט א הקדמה פון זיך — „נדפס פה ק״ק דעסוי באותיות אמשטרדם“.

בילד: Winners

ספרפועל צדקת״פקיין בילד פונעם ערשטן דפוס נאך נישט
דפוס ראשוןיעסניץת״פ1720

פועל צדק

די תרי״ג מצוות

א סדר פון אלע תרי״ג מצוות, קורץ און קלאר — צו וויסן וואס יעדע מצוה איז.

אויפן בלאט פונעם שולחן ערוך

פון זיין אייגענער פעדער אויפן ראנד, ביז דעם געדרוקטן בלאט פון וואס מען לערנט היינט.

כתב יד

הגהות הש״ך בכתב ידו

אויפן שולחן ערוך, חושן משפט · הלכות הלואה

א בלאט פון א געדרוקטן שולחן ערוך חושן משפט — סוף סימן ע״ב און אנהייב ע״ג — מיטן סמ״ע אין דער זייט. אויף די ראנדן און צווישן די שורות: דער ש״ך׳ס הגהות, אין זיין אייגענער האנטשריפט.

פראג · תנ״ד · 1694

אשלי רברבי

שולחן ערוך יורה דעה, מיטן ט״ז און מיטן ש״ך

דער ערשטער שולחן ערוך וואס איז ארויס מיטן ט״ז און מיטן ש״ך צוזאמען אויפן בלאט — איין און דרייסיג יאר נאכדעם וואס דער ש״ך איז נסתלק געווארן. אזוי לערנט מען יורה דעה ביז היינט.

אויפן שער: „נדפס פה ק״ק פראג“. דער נאמען „אשלי רברבי“ — די גרויסע ביימער — איז געבליבן ביי דעם שולחן ערוך מיט זיינע נושאי כלים, און מען האט אים נאכדעם געדרוקט נאכאמאל און נאכאמאל.

בילד: HebrewBooks (YIVO)

04נדבה

לייגט א ציגל
ביים ש״ך

יעדער דאלאר ווערט א ציגל אינעם בנין לעבן דעם ציון — א פלאץ וואו אידן וועלן לערנען, דאווענען און זיך אפרוען, און כהנים וועלן ענדליך קענען שטיין פארן ש״ך. דער זכות בלייבט אייערס לדורות. איר באקומט גלייך א רעסיט אויפ׳ן אימעיל.

פאר א זכות אדער סיי וועלכע שאלה: 347.389.2180

Tax ID 39-3019992

קרעדיט קארד
CVV
מען קען אויך געבן מיט א צדקה קארד:OJC FundThe Donors' FundPledger